Loading

א קוואל פון טהרה וקדושה


Donate Now -

21 Teams


458 Donors


English אידיש

דער ווינקל פאר תורה ויראת שמים שטייט שוין ב"ה! יעצט דארף מען בלויז פארענדיגן!

ניין! דאס איז נישט בלויז 'נאך' א בית המדרש'ל, נאך עפעס א 'שטיבל', נאר ס'איז 'דער ווינקל' מיטן ה"א הידועה, א פינת יקרת פאר די גאנצע געגנט, וואס האט בס"ד געברענגט א געוואלדיגע התעלות און פארשיינט א ליכטיגקייט אין די גאנצע סביבה.

דער ביהמ"ד דינט אלס דער מקור החיות פאר אלע אנ"ש און מאנסי און אזוי אויך פאר די פילצאליגע מתפללים, לומדים און תושבים, וואס אטעמען און לעבן מיט דעם מקום קדוש וואס פירט זיך ב"ה אויפן הייליגן דרך פון רבותינו הקדושים לבית בעלזא זיעועכי"א.

זעלבסטפארשטענדליך אז א הויפט יסוד צו די פולקאמע הצלחה און עתיד פונעם ביהמ"ד, איז די "מקוה טהרה",בפרט אז עס איז נאכנישט דא א מקוה אינעם גאנצן געגנט ארום, וועט דאס אוודאי זיין דער קוואל פון טהרה וקדושה פאר די גאנצע סביבה.

ב"ה מ'האלט שוין נענטער ווי ווייטער. דער מאסיווער פראיעקט האלט שוין כמעט ביים גמר, אבער יעצט איז מען געצווינגן ארויסצוקומען צו אייך!

די הוצאות האבן אריינגעצויגן אין פיל פיל מער ווי געראכטן, דער עולם האט זיך שוין משתתף געווען מיט זייער חלק, אבער יעצט קומען מיר מיט א הארציגע און דרינגענדע רוף "ביטע געבט אונז דעם לעצטן שטופ און מכה בפטיש צו קענען גומר זיין דעם וויכטיגן און הייליגן פראיעקט".

טייערע אידן! אין המצוה נקראת אלא ע"ש גומרה! אינאיינעם לאמיר גומר זיין דעם מקוה מהודרה ומפוארה, און דערמיט אוועקשטעלן בשלימות דעם הערליכן פינת יקרת על מכונה!

מקוה ישראל ה' מושיעו ודאי! – יא! א שותפות אין א מקוה איז א גאראנטירטע הבטחה צו ישועות והשפעות נפלאות. לאזט נישט ארויס אזא געוואלדיגע געלעגנהייט.

עשה למענך ולמענינו.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 873213288

Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading